Copy
Share
Tweet
Forward
Share

בלייבט געזונט!

"על החולים שיתרפאו ועל הברואים שלא יחלו"

 

גענוי ווי מען איז מחויב צו טון אלע השתדליות אפצוהיטן די פיזישע געזונט, דארף מען אויך טון אלעס וואס מעגליך אפצוהיטן די גייסטישע געזונט און וואוילזיין.

פאלגענד איז עטליכע עצות און "עקסערסייזעס" וויאזוי אנצוהאלטן א געזונטע גייסטישע צושטאנד:
  • זיין פאזיטיוו!
     
  • זיין פיזיש אקטיוו
     
  • זיין בקשר מיט אנדערע מענטשן
     
  • העלפן אנדערע
     
  • שלאפן גענוג
     
  • ארבעטן צו קענען מער איבערטראגן\פארנעמען
     
  • נעמען פראפעסיאנאלע הילף ווען עס פעלט אויס
     
  • ארבעטן אויף עפעס פראדאקטיוו
     
  • לעבן מיט א ציל
     
די אויבנדערמאנטע עצות אנצוהאלטן א געזונטע גייסטישע-באלאנס ווערט פארגעשלאגן דורך די אלגעמיינע מענטל-העלט פראפעסיאנאלן.

אבער אלס אידישע קינדער איז דאס נישט בלויז א היכי תמצא צו זיין געזונט בגשמיות, נאר אויך ברוחניות. רוב פון די אויבנדערמאנטע עצות זענען גרויסע יסודות אין די תורה הק', און אין די ספרי מוסר וחסידות.
Donate
Copyright © 2017 Regional Bikur Cholim, All rights reserved.


Want to change how you receive these emails?
You can update your preferences or unsubscribe from this list