Copy
Share
Tweet
Forward
Share

OCD

Obsessive Compulsive Disorder



לאמיר צום ערשט אפטייטשן די ווערטער.
Obsessions באדייט: אומגערופענע און אומגעוואונטשענע מחשבות\בילדער\קולות וואס ברענגען אנגעצויגנקייט און זארג. און מ'קען זיי נישט פארטרייבן אדער פארשטעקן.

Compulsions באדייט: פיזישע אדער גייסטישע שריט וואס מענטשן שפירן געצווינגען צו טון, כדי צו 'בארואיגן' די אנגעצויגנקייט פון זייערע אבסעסיעס.
אריינטראכטן טיף, און זיין פארזיכטיג, איז א נארמאלע און געזונטע זאך - ביי ערוואקסענע מענטשן.
אבער 'פראבלעמאטישע' Obsessive Compulsive, איז ווען עס גייט צו אן עקסטרעם. יונגע קינדער וואס טראכטן אריין זייער טיף, און זענען אויסטערליש פארזיכטיג, איז מעגליך א אישו. אויב זיי זענען אנגעצויגן מער ווי 1 שעה יעדן טאג, איז עס א פראבלעם.

ביישפילן פון:
Obsessions ביי OCD
  • פארגיפטונג (germs, סם א.ד.ג.)
  • קאטאסטראפעס (שטארבן פון א באליבטן)
  • משונה'דיגע פונקטליכקייט
  • אומזיכערקייט/איבערגע'חזר'טע פרומקייט
  • אומגעוואונטשענע מחשבות
  • אגרעסיווע געדאנקען
  • זארג וועגן דעם קערפער
  • האלט זיך צוריק פון טון געוויסע וויכטיגע זאכן צוליב מחשבה און פחד פון אומריכטיג אויספירן
                            
Compulsions ביי OCD
  • וואשן: הענט \ פען-פענסיל \ קליידונג \ א.ד.ג.
  • פארמיידן שמוציגע זאכן
  • טשעקן: טירן, פענסטערס, לעדלעך, צימערן א.ד.ג.
  • איבערציילן
  • מסדר זיין זאכן
  • אנרירן אדער אנטאפן זאכן
  • איבער'חזר'ן זאכן
  • בעטן מענטשן איבערצו'חזר'ן זאכן
ווען דארף מען גיין פאר הילף?

מתוך דרשת הרה"ח ר' סנדר ארנשטיין הי"ו  
מייסד מוסד "רעליף"
Subscribe
Donate
Copyright © 2017 Regional Bikur Cholim, All rights reserved.


Want to change how you receive these emails?
You can update your preferences or unsubscribe from this list