Copy
בעזהשי"ת 
עש"ק פר' קדושים תשפ"ב לפ"ק
- אינהאלט -
  • א בליק אין שטאט
  • בייגעלייגט מודעות און בילדער
לקראת שבת לכו ונלכה!
  • בזמן שהצדיק בעיר: רבינו שליט"א איז נעכטן מיטאג אנגעקומען לביתו נאוה קודש אין קרית יטב לב ווי די רבי וועט וויילן במשך דעם שבת בקרב אנ"ש, מנחה איז פארגעקומען בבית רבינו, דערנאך האט דער רבי אויפגענומען תושבי העיר לברך ולהתברך במשך 3 שעה, דערנאך האט די רבי געדאווענט מעריב, שחרית האט רבינו שליט"א געדאווענט בביהמ"ד בית יהושע.
ליל שבת קודש
  • פרייטאג צונאכטס וועט דער רבי שליט"א דאווענען אין בית המדרש דקהלתינו אויף די וואלנאט רידזש גאס, און וועט פראווען דעם טיש פריוואט בביתו נאוה קודש.
יום שבת קודש
  • שחרית שבת אינדערפרי וועט פארקומען ברוב עם הדרת מלך אין דעם - יעצטיגען - "צענטראלען" בית המדרש בית יהושע אויף טשערי קאורט, ווי עס איז ערווארטעט אז דער ציבור תושבי העיר וועלן זיך צוזאמען קומען מיטצוהאלטן די געהויבענע תפילות.
    צוליב דעם גרויסע ציבור תושבי העיר בלעיה"ר וואס ווערן ערווארטעט, וועט דער ביהמ"ד "בית יהושע"
    ווערן אויסגעשטעלט מיט "בלויז בענק" כדי צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור אינעם בית המדרש גופא, אזוי אויך איז געווארן אויפגעשטעלט א שאטער אינדרויסן פון ביהמ"ד דערמיט צוצולייגן נאך פלאץ פאר'ן ארום ווי פאר קאווע, א.ד.ג. און ערמעליכן אז דער בנין הביהמ"ד זאל נישט ווערן אנגעלייגט.
    אזוי אויך איז אויפגעשטעלט א עקסטערע שאטער אויפן פארטש הונטערן בית המדרש, ספעציעל צוגעשטעלט פאר די "עזרת נשים" עס וועט זיין אפן צום ביהמ"ד מיט א מחיצה מען זאל קענען פון דארט
    מיטהאלטן דאס דאווענען. תיכף נאך שחרית וועט ווערן צוגעשטעלט א ברייטער קידושא רבא, דער קידוש וועט צוגעשטעלט ווערן בריוח גדול פאר'ן גאנצן ציבור בעז"ה.
שבת נאכמיטאג - רעוא דרעוין
  • די קלימאקס און שפיץ פונעם גרויסן דערהויבענעם שבת עילאה, פארשפרעכט צו זיין דער געהויבענער מעמד "שלש סעודות" בעת רעוא דרעוין, וואס וועט אי"ה ווערן געפראוועט במעמד קהל רב, אין גרויסן זאל "אולם עטרת פעסיל לאה" אינעם בית רחל בילדינג "בנין גאלדבערגער" אויף מעין סט. אינעם זאל וועט בעז"ה ווערן אויפגעשטעלט הויכשטאקיגע פארענטשעס, אז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים זאלן קענען געהעריג מיטהאלטן כראוי.במשך די נאכמיטאג שעות אנגעהויבן פון 6:30 און ווייטער, וועט אי"ה זיין צוגעשטעלט מזונות און פירות און  קאלטע  משקאות,  פאר'ן ציבור וואס קומט פון די ווייטערע געגענטער זיך צו דערכאפן דאס הארץ.
  • אום  6:45 וועלן די הונדערטער תשב"ר תלמידי מוסדותינו הקדושים זיך צוזאמקומען צו "חברת תהילים" אינעם זאל "אולם פעסיל לאה," און אינאיינעם וועט מען איינרייסן און פועל'ן ישועות און רפואות פאר כלל ישראל, מען וועט האבן די זכי' אז כ"ק רבינו שליט"א וועט זיך באטייליגען.
  • היות דער ציבור וועט זיך צוזאמען קומען מיטהאלטן דעם שלש סעודות באולם פעסיל לאה, דעריבער וועלן די שיעורים וואס קומען געווענליך פאר אין די בתי מדרשים דקהלתינו איבער  די  שטאט,  די וואך פארקומען אינעם זאל.אום  7:00  וועט  הרה"ג  ר'  יואל  גאלד  שליט"א מו"ץ פארלערנען "פרקי אבות" אין די גרויסע היכל ביי די תלמוד תורה חלק פון "בנין גאלדבערגער." און אום 7:40 וועט הרה"ג דער דיין שליט"א פארלערנען דער קביעות'דיגער שיעור אין הלכות שבת.
  • עס וועלן בעז"ה זיין מנינים מנחה אויפן פלאץ, און עס ווערט צוגעגרייט א ברייטע געשמאקע שלש סעודות, גענוג פארן גאנצן גרויסן ציבור, אנגעהויבן פון 7:30 און ווייטער.
  • אום 8:15 וועט דער רבי שליט"א אריינקומען צו מנחה אין עטרת פעסיל לאה, און דערנאך זיך וואשן צו שלש סעודות.
  • א עקסטערער חלק אינעם זאל וועט זיין געווידמעט בלויז פאר ילדי התשב"ר אונטער די הדרכה פון חשוב'ע מלמדים וואו זיין וועלן באקומען שיינע מתנות און גורלות פאר די וואס וועלן שיין מיטזינגען און זיין שטיל ביי די דברי תורה.
  • נאך שלש סעודות און מעריב וועט דער רבי שליט"א מאכן הבדלה ברוב עם, און דערנאך וועט אי"ה זיין צוגעשטעלט באסעס אהיימצופירן דעם ציבור צו אלע געגנטער. און דער ציבור וועט אי"ה אהיימגיין אנגעפילט מיט חיזוק און קורת רוח פונעם געהויבענער שבת.
שבת קודש בצל כנפיך יחסיון
ותבנהו מהרה ותגדל כבודו
  • די בוי פלענער צו גיגאנטיש פארגרעסערן ביהמ"ד בית יהושע גלאפירט פאראויס מיט א שנעלקייט, די פארגאנגענע וואך איז די "באויטיני געז קאמפאני" געקומען באזייטיגן די געז טענק וואס זענען ביז היינט געליגן אין דער ערד אויף דעם פלאץ ווי דער בנין קומט בעז"ה ארויף. און אין די יעצטיגע טעג גרייט מען שוין אן דעם באדן, צו קענען אנהייבן דאס גראבן "תיכף ומיד" אן קיין אפהאלט ווי נאר מען ערהאלט די באשטעטיגונגען פון די ווילידזש.
  • יעצט אין די טעג ווערן די פאפירן אריינגעגעבן אינעם אפיס פון "ווילידזש-אף-בלומינגבורג", וואו מען האפט בסייעתא דשמיא אז די פראצעדורן וועלן גיין שנעל און מען וועט קענען אין גאר א קורצע צייט פאקטיש אנהייבן דאס בויען.
  • פרישע באריכט און אפדעיט פונעם ועד קרן הבנין איבער די פארשריט
  • דער שטח ארומגענומען מיט א צוים צו קענען אנגיין מיט די ארבעט אומגעשטערט.
בלבבי משכן אבנה להדר כבודו
  • אפדעיטעט פלענער ארויסגעשטעלט פארן ציבור.
  • א הערליכע מעמד סעודת הילולא צוזאמען מיט א מסיבה להחזקת ביהמ"ד קערעסטיר איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם ג' אייר ביומא דהילולא פון הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע מיט די באטיילוגונג פון די תושבי העיר וועלכע זענען געקומען מחזק זיין דעם נאבעלן מקום תורה ותפלה. א גאר רייכע עלעגאנטע סעודה איז געווען צוגעגרייט.
    אלס יושב ראש האט געדינט הר"ר נפתלי מרדכי לעוו שליט"א וואס האט צום ערשט אויסגערופן הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו דער טאטע פון רב שליט"א, דאן האט מען געהערט די דרשה פון הרה"ג הדומ"ץ שליט"א וועלכע האט זיך באדאנקט בשם די אברכי הכולל פארן הנהלת ביהמ"ד קערעסטיר וואס האט די זכיה צו דינען אלס אכסני' של תורה פאר די כולל אברכים און דערביי ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכות פון די החזקת התורה, דערנאך האט מען געהערט דברי ברכה פון הרה"ג ר' חיים לייב ווייסמאן שליט"א רב הביהמ"ד ונכד בעל הילולא, צום שלוס האט אויפגעטרעטן מו"ה שלמה קליין הי"ו וואס האט דערציילט גאר אינהאלטס רייכע סיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע!
וּפָרַצְתָּ יָמָּה וָקֵדְמָה
  • ולכל בית ישראל היה אור במושבותם, די או-ענד-אר פירמע האט אקטעוועזירט געווארן ביי די "ווינטערטאון קאנדאמינימום" דעוועלאפמענט.
  • פארשריט ביי די נייע "נארט איסט" באנק.
לרומם
  • תושבי עירינו גרייטן זיך צום מגבית "לרומם" לבצר כח התורה בעירינו שע"י התאחדות אברכים.
  • מודעות אינערהאלב "התאחדות אברכים"
פאר צייטליכע אלערטס שיקט א מעסעדש מיט די ווערטער 
SatmarKYL@ צו 845-640-1330 

 
זיך ארויפצוסיינען אויף אונזער ליסטע
דריקט דא


For timely alerts follow @SatmarKYL
 
Copyright © 2022 קרית יטב לב, All rights reserved.