Copy
בעזהשי"ת 
עש"ק פר' מקץ חנוכה תשפ"ב לפ"ק
- אינהאלט -
  • א בליק אין שטאט
  • בייגעלייגט מודעות און בילדער
דריקט אויף סיי וועלכע בילד פאר א גרעסערע אויסוואל פון צוגאב בילדער
שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!
  • מטעם הנהלת מוסדותינו הק' ווערט געמאלדן די פריידיגע בשורה אז עס געלונגן בסייעתא דשמי' גומר צו זיין דעם מקח אויף א גרויסן שטח אינעם ווילעדש וואס וועט באנוצט ווערן פארן געברויך פון די "ישיבה קטנה". צוזאמען מיט אן עקזעסטירנדע געביידע וואס וועט גענוצט ווערן פאר פילע געברויכן פונעם מוסד.
  • דער שטח גרויס איבער 1.35 עיקער געפינט זיך אויף גאדפרעי רד. סמוך ונראה צום שטח התלמוד תורה.
  • די הנהלת המוסד טוט זיך באדאנקן פאר די עסקנים החשובים ה"ה העסקן הדגול ר' נטע פריעד, העסקן הדגול ר' יוסף יוחנן וואלנער, העסקן הדגול ר' חיים לעבאוויטש וואס האבן אריינגעלייגט אסאך מי און פלאג צו ערמעגליכן דאס גומר זיין דעם מקח אין אזא קורצע צייט.
גדול יהי׳ כבוד הבית הזה לד׳.
אהללה אלוקי ואשמחה בו ואשימה תקוותי בו, אהודנו בסוד עם קרובו
  • דעם פארלאפענעם דאנערשטאג אווענט יום הצלה והשחרור פון רביה"ק זי"ע איז אפגעראכן געווארן א הערליכע מעמד סעודת הודאה און מסיבת "אהללנו" דורך קהלתינו הק' אין די זאלן פון עטרת פעסל לאה.
  • די מסיבה איז געוועהן גאר הערליך און רייך צוגעשטעלט, אלס יושב ראש האט געדינט הרב ר' חיים יושע פריעדמאן הי"ו מנהל התאחדות אברכים וואס האט אויפגעטרעטן מיט טרעפליכע ווערטער לכבוד היום.
  • מיטן "דבר הצלה" האט אויפגעטרעטן הרה"ג הדומ"ץ שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם טאג און וואס דאס מיינט פאר אונזער דור היינט.
  • דערנאך האט אויפגעטרעטן מו"ה יוסף יוחנן וואלנער הי"ו מזכיר קהלתינו הק' וועלכע האט איבערגעבען א באריכט איבער די געוואלדיגע דערגרייכונגען דורך קהלתינו הק' און א רעפעראט איבער די פרישע פלענער פון הרחבת גבולי הקדושה וואס ליגן אויפן טיש.
  • דאן האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הר"ר הלל יואל קעפעטש שליט"א וועלכע האט באצויבערט דעם ציבור און ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די כח פון עסקנות, ספעציעל אין א נייעם שטאט וואס וואקסט און בליעט מיט פרישע פריאעקטן נאכאנאנד.
  • מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן העסקן הנמרץ מו"ה אלימלך בנציון מארקאוויטש הי"ו
  • דערנאך האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ בתופים ובמחולות לכבוד האי יומא דקא גרים.
  • צום שלוס האט מו"ה יוסף יוחנן וואלנער הי"ו מזכיר קהלתינו הק' אנאנסירט דעם נייעם "העוסקים" סיסטעם וואס וועט דינען אלס א פלאטפארמע צווישן תושבי ערינו וואס זענען וויליג צו זיין אקטיוו בצורכי ציבור צו קאמיונעקירן אלעס אנטבאלאנגט פריאעקטן און סערוויסעס פארן שטאט בכלל און פארן יחיד בפרט.
ניי: צו ווערן אינפארמירט מיט לאקאלע אלערטס און באריכטן אין אידיש, שיקט א מעסעטש מיט די ווערטער KYL צו 845-305-6047 אייער נומער וועט אויטאמאטיש ווערן אויפגעסיינט צו ערהאלטן די מעסעדשעס.
  • די ארבייט פארן נייעם גיגאנטישן בנין תלמוד תורה גלאפירט פאראויס, אין א וויכטיגע טייל צו פארענדיגן די ארכיטעקטישע דעטאלן, איז אין די טעג אראפגעברענגט געווארן אויפן שטח הבני' א ספעציעלע מאשין וואס ברענגט ארויף עקזעמפלארן פון די טיפענישן, וואס ווערט שפעטער אוועקגעשיקט צו א לאבעטאריע, לויט ווי עס קוקט יעצט אויס וועט מען אי''ה קענען צוטרעטן צום פאקטישן גיסן די יסודות ביז געציילטע וואכן אז דער וועטער וועט ערלויבן.
וראה בניני"ם לבניך
  • אין די טעג קומט פאר די קאמפיין לטובת די כולל אברכים וואס איז דער לייכט טורעם פון שטאט, אנ"ש שליסן זיך אן ברוח נדיבה צו שטיצן די אברכי הכולל וואס הארעווען על התורה.
וּפָרַצְתָּ יָמָּה וָקֵדְמָה
דריקט אויף סיי וועלכע בילד פאר א גרעסערע אויסוואל פון צוגאב בילדער
  • פרעימונג ביי די "ראזע-גארדענס" דעוועלאפמענט אויף אלד ראסע געפ אין פולען קראפט.
  • פרעימונג ביי די "בלומינג-גארדענס" דעוועלאפמענט אויף מעין סט. אין פולען קראפט.
  • העפטיגע ארבייט אויף די פונדאמענטן פאר די פרישע בנינים
  • פארשריט ביי די "ווינטערטאון קאנדאמינימום" דעוועלאפמענט אויף ווינטרעטאון רד. אין פולען קראפט.
  • די ארבייט אינדרויסן און אין די הייזער אין די לעצטע פאזעס.
זיך ארויפצוסיינען אויף אונזער אימעיל ליסטע
דריקט דא


פאר לאקאלע באריכטן

שיקט א מעסעדש מיט די ווערטער KYL צו 845-305-6047 און אייער נומער וועט אויטאמאטיש ווערן אויפגעסיינט צו ערהאלטן די מעסעדשעס.


For timely alerts follow @SatmarKYL
 
Copyright © 2021 קרית יטב לב, All rights reserved.