וואס איז די PEG Ratio?
פאריגע וואך האבן מיר אויסגעשמועסט אפשענס, היינט וועל מיר בעז"ה דורך גיין וואס דאס מיינט די PEG Ratio. די PEG Ratio איז א באקאנטע וועג פון באטראכטן א סטאק אויב עס איז ווערד צו קויפן, דאס רעכנט אויס צו די פרייז פארן סטאק איז טייער אדער ביליג ווען פארגליכן צו די פארדינסטן און צוקונפטיגע וואוקס פון די פירמע. דאס טייטש אזוי, די P/E Ratio צייגט וויפל די פרייז איז אין פארגלייך צו זייערע פארדינסטן, (ווי אויסגעשמועסט אין די פארגאנגענהייט און ווי באשריבן אינעם ברוכים הבאים אימעיל), דאן וועלן אנאליזירער נעמען די P/E Ratio פון די ספעציפישע פירמע, און דאס צוטיילן מיט די פירמע'ס פאראויס געשאצטע פארדינסטן. צום ביישפיל א פירמע מיט א P/E Ratio פון 20 און א געשאצטע יערליכע וואוקס פון 10%, וועט 20 צוטיילט אין 10 זיין 2. דא וועט די PEG Ratio זיין 2.
א PEG Ratio פון איינס איז אין דורכשניט באטראכט אלץ נייטראל, דאס הייסט אז די סטאק פרייז איז בארעכטיגט ווען מען נעמט אין באטראכט זייערע יעצטיגע פארדינסטן קעגן זייער צוקונפטיגע פאטענציאל. העכער פון דעם וועט אסאך מאל מיינען אז די פרייז איז צו טייער, און ווייניגער וועט מיינען אז די פרייז איז ביליג און ווערד צו קויפן. יעדער סעקטאר וועט האבן אן אנדערן דורכשניט וואס יענער פרייז איז נייטראל, מער פון דעם איז איבער געשאצט און ווייניגער איז אונטער געשאצט. דאס איז א ברייט באנוצטע מיטל אויסצורעכענען אויב עס איז ווערד צו קויפן סטאקס אין א ספעציפישע פירמע, ספעציעל ווען מען וויל איר פארגלייכן קעגן אנדערע פירמעס. צום ביישפיל אפילו צוויי פירמעס האבן די זעלבע P/E Ratio, איז נאכאלץ שטארק מעגליך אז די PEG Ratio וועט זיין גענצליך אנדערש. די P/E Ratio רעכנט נאר אויס די יעצטיגע פרייז אין פארגלייך צו די יעצטיגע פארדינסטן, אבער נעמט נישט אריין די געשאצטע צוקונפטיגע וואוקס.
עס איז וויכטיג צו געדענקען אז PEG Ratio's וועלן זיין אנדערש, געוואנדן לויט די אינדוסטריע, און מען קען נישט אייביג פארגלייכן איין פירמע צום צווייטן בלויז דורך דעם. נאך איז וויכטיג צו געדענקען אז די PEG Ratio איז נישט קיין מציאות אזוי ווי די P/E Ratio, די PEG Ratio איז א שאצונג, און איר וועט פול מאל טרעפן אנדערע ציפערן געוואנדן לויט וועלכע אנאליזירער יענער ספעציפישע ארטיקל איז געשריבן, וויבאלד עס איז באזירט אויף שאצונגען און שאצונגען וועלן זיין אנדערש פון איין אנאליזירער צום צווייטן. היות דאס איז דער פאל, איז דער PEG Ratio זעלבסט פארשטענדליך נישט קיין גאראנטי, און עס איז בלויז א מיטל צו פארשטיין אין קורצן דעם ספעציפישן עקספערט'ס שאצונג. בייגעלייגט איז א לינק צו א PEG Ratio רעכענער. https://calculator.academy/peg-ratio-calculator-3/ האט אסאך הצלחה!
- משה -
…