"אויב טרעפסטו נישט קיין וועג צו מאכן געלט בשעת'ן שלאפן, וועסטו ארבעטן א גאנץ לעבן" - ווארען באפעט -
ברוכים הבאים צו מארקעט ציפערן
שפילן אויפן סטאק מארקעט האט שוין געהאלפן אסאך מענטשן “מאכן געלט בשעת’ן שלאפן" ווי ווארען באפעט רופט עס, אריינגערעכט דעם בעל המימרא.
סטאקס, איז ווי "יעדער ווייסט", א זאך וואס מען טאר נישט צורירן... א זאך ווי יעדער וואס פראבירט, דערלייגט... און ס'ליגט אן אמת דערין. יעדער וועם 'דו' קענסט דערלייגט. 'כמעט' יעדער. און די סיבה איז פשוט. ווארען באפעט, לכאורה די מערסט סוקסעספולע אינוועסטירער אין היסטאריע זאגט אויף דעם: "ריזיקע קומט פון נישט וואוסן וואס מען טוהט".
שטעלט אייך פאר אז שאך איז א שפיל ווי מען קען נאר פארדינען אדער דערלייגן געלט. די געווינער מאכט, און דער פארלירער דערלייגט. אסאך גרויסע 'שאך קענער' שפילן און מאכן שיין געלט, לאזן זיך די היימישע אינגעלייט ארויס שפילן שאך. איינער קען טראכטן וואס גייט געשען?
יעצט וואס געשעט אויב איך גיי מיך לערנען שאך פאר שטיק צייט, און נאכדעם הויב איך אן. עטס ווייסט ווי מען גייט מיך פארשרייען? "שאך? די ווייסט וואס די טוהסט? יעדער דערלייגט געלט דארט!" ר' איד: "דו קענסט נישט די געים!"
אוודאי האט יעדע זאך ריזיקע די סטאק מארקעט אויך, אבער אסאך מענטשן מאכן גרויס געלט דארט, ס'טייטש אז מיט סייעתא דשמיא, מיט א נארמאלע פלאן, דארפן זאכן קענען ארבעטן. מ’ברויך האבן א ‘פלאן’, א סטראטעגיע. וואס די פלאן איז מאכט שוין נישט “אזוי” ווייט אויס, עס איז אויך “זייער” וויכטיג עס דארף זיין גוט דורך געטראכט און אויספראבירט מיט קליין געלט פאר א שטיק צייט, אבער עס איז שוין נישט אזוי ווייט שרעקעדיג ווי זערא פלאן. דאס מיינט אפילו מיין חשבון זאל זיין אזוי פשוט ווי איך קויף ווען די סטאק קומט אן צו $10 און איך פארקויף עס ביי 11, פינטל. דאס איז אויך עפעס. קויפן ווייל איך טראכט אדער פיל און פארקויפן ווייל איך טראכט אדער פיל, איז א רעצעפט צו דערלייגן געלט.
עס זענען דא מענטשן וואס האבן ליב צו טוהן day trading אדער short term trading. די געדאנק איז אז מ’זעהט א סטאק פאלט, מ’טראכט ס’גייט ארויף גיין, מ’קויפט און מ’האפט פארן בעסטן. דאס רופט זיך Gambling, אנטשולדיגט פארן אויסדרוק. עס איז דא אמאל וואס עס לוינט צו נעמען ריזיקע צו קענען פארדינען מער, אבער נישט געמבל. עס איז היפש פשוט.
...
מארקעט ציפערן מהלך
יעדע אינוועסטירונג, [מעגליכקייט צו פארדינען געלט] ברענגט מיט מיט זיך די ריזיקע פון פארלירן דאס געלט, די סטאק מארקעט אויך. מארקעט ציפערן גייט מיט א מהלך פון אינוועסטירן אויף די לאנגע טערמין, דאס מינימאליזירט די איינשטעל און ברענגט די בעסטע רעזולטאטן. היסטאריש אויפגעוויזן. ווארען באפעט קען לייגן געלט אין א פירמע וואס ער שאצט אז עס וועט מאכן געלט 15 יאר ארום! נישט קיין גוזמא! נישט יעדער איז גרייט דערויף און מענטשן זענען נישט גרייט צו ווארטן צען צוואנציג יאר צו זעהן רווחים, ס’איז א בחינה פון מוחל טובות. אין מארקעט ציפערן נעמען מיר נישט ממש דעם ליניע, אבער די געדאנק דערפון דארף מען האלטן אין קאפ.
…
מינימאזירן די ריזיקע
א Diversified Portfolio איז באקאנט צו זיין פון די וויכטיגסטע פאקטארן אין סטאקס. Diversified Portfolio מיינט אויסשפרייטן דאס געלט אין עטליכע סטאקס און אינדוסטריעס. עס זענען דא עטליכע וועגן אויסצושפרייטן דאס געלט אין די ריכטיגע פלעצער.
אויב איך וויל קויפן סטאקס אין די מעדיצינישע וועלט, קען איך קויפן פון א פארמאסי, שפיטאל, לאבראטאריע, מאשינערי פאר דאקטוירים, סופלייס און מעדיצין. דאס איז אויך Diversification. אבער Diversification דארף גיין ווייטער פון דעם. מ’דארף לייגן אין מעדיצין, מ’דארף לייגן אין קארס, מ’דארף לייגן אין קאמפיוטער טשיפס, AI, גראסערי און אזוי ווייטער. דאס טייטש Diversification, אויסשפרייטן דאס געלט אין עטליכע קאטעגאריעס. די אויפטוה דערפון איז אז אין פאל איינס פאלט, וועט די צווייטע מאכן.
ארויס האבן דעם מארקעט פארלאנגט אסאך מער ווי א קורצע אימעיל, אבער איר זענט אויפן וועג! מיטן זיך אויפסיינען צו מארקעט ציפערן, האט איר גענומען דעם ערשטן שריט אריין צו א לאנגע סוסקסעספולע טרעידינג קאריערע בעז”ה.
צום ווידער זעהן בקרוב.
-שלום שפיצער-
…